שבת בלעטל נומער 9

Shabbos Blettel 9

אויף דעם ברייטן פארלאנג שטעלן מיר דא צו א פייל וואס אנטהאלט בלויז די עמודים פון די “עקרים”:

Shabbos Blettel 9 – 13 Ikkarim

Advertisements

14 responses to this post.

  1. Posted by געפילטע פיש on April 5, 2012 at 9:55 pm

    א ריזיגן שכויעח! געווארט אויף דעם א האלבע יאר, נע’וועט שוין זייין וואס צו ליינען דעם פסח יעצט אז די שטערן איז געאסר’ט.

    Reply

  2. Posted by גערשאנאווסקי on April 6, 2012 at 12:38 am

    ישר כוח, מיר האבן געווארט און געווארט און ב”ה זיך דערווארט!

    Reply

  3. Posted by הרועה בשושנים on April 9, 2012 at 6:23 pm

    ממש א מחייה צו ליינען די אלע גוטע ארטיקלען.
    די ארטיקעל פון זמן חירותינו ברענגט גוט ארויס פארוואס מיר דארפן אריינברענגן חירות און דעמאקראטיע אינערהאלב די חרדישן אידענטום.
    און ס’שטייט טאקע אחרי רבים להטות, די פראבלעם איז אבער אז די רבנים ציטירן גלייך דעם פסוק לא תהיה אחרי רבים לרעות, און אלעס וואס געפעלט זיי נישט קלאספיצירן זיי אלץ רע אזויווי דעם אינטערנעט צום ביישפיל.

    חצי עבד שרייבט אז טאמער האט זיך גאט באוויזן דארף מען פאלגן אלעס אפילו ס’איז קעגן די מענטשהייט. למעשה אבער קען מען זען פון גמרא אליין אז ס’איז לאו דוקא אזוי, ביי די מעשה פון תנורו של עכנאי אז תורה לא בשמים היא, אפילו גאט האלט אזוי דאך קען מען פסקנ’ן אנדערש.
    איז דעריבער כל שכן ווען ס’קומט צו באגיין פארברעכנס קעגן די מענטשהייט דארפן מיר זיך נישט רעכענען מיט א סיי וואס פאר א געטליכע התגלות.

    Reply

  4. Posted by דורכגעטראכט on April 10, 2012 at 10:01 pm

    קודם כל, א גרויסן דאנק אייך פארן צושטעלן אזוינע שיינע ליין מאטיריאל לכבוד יום טוב!
    איך האלט אז עס איז א טעות אז מען האט גענומען דעם ארטיקל פון שמואל כ”ץ. דער ארטיקל זעלבסט איז אפשר א גוטע ארטיקל, אבער לדעתי איז די אייגנארטיקייט פון שבת בלעטל אז די שרייבערס זענען בבחינת עמי אנכי בצרה, זיי זענען צווישן אונז “היימישע”, זיי מוטשען זיך מיט די זעלבע צמצום המוחות ווי אונז ליינערס, און זיי באווייזן ארויסצוגיין פונעם קעסטל, צוריק צוטרעטן אפאר פוס אוועק און באאבאכטען דעם בילד פון אינדרויסן. אבער שמואל כ”ץ האט שוין פארלאזט אונזער מחנה א וויילע צוריק. ווען ער שרייבט, איז מיר שווער זיך צו אינדענטיפעצירן מיט אים, ווייל ער שרייבט שוין פון אינדרויסן. יא, ער האט טאקע א גרעסערע באקאנטשאפט מיט אונזער לעבנסשטייגער ווי אנדערע, אבער נאך אלעם לעבט ער שוין נישט אין דעם עולם. איך וואלט געראטן שבת בלעטל זיך צו האלטן צו אזא ליניע, און אונז ממשיך זיין צו מהנה זיין לאורך ימים ושנים.

    אפאר הערות: טרענירט אויף נישט צו טראכטען: אוי ווי גערעכט. נאר איין נקודה, אח לצרה שרייבט אז פאר צען יאר צוריק וואלט אזא אסיפה יא געהאלפען. לענ”ד איז דאס נישט אמת. ס’וואלט סך הכל אפגעשטיפט דעם פראבלעם פאר נאך אפאר יאר.

    אקופיר ראדני סטריט: געוואלדיג, ביזן אויספיר פונעם טוויטער דמיון. נישט א טוויטער העשטעג וועט אונז העלפען.

    פעלדמאן איבערזיכט. זייער שיין צולייגט. די לעצטע חלק לגבי רייך פירט זיכערמאן נישט אויס גארנישט. צו רעפארטען דארפן מיר נישט שבת בלעטל. פאר דעם האב איך פעיסבוק. אביסל טיפערע אנאליז וואלט נישט געשאדט.

    אני מאמין: די לעצטע ניין זענען געוואלדיג. די ערשטע פיר זענען עפעס נישט אויפן זעלבען רמה ווי די אנדערע ניין.

    דעמאקראטיע: זייער שיין באשריבן. אבער וואס וויל ער? דעמאקראטיע ביי שומרי תורה ומצוות? איז ער אויפן קאפ געפאלן?
    נאך א נקודה: די געדאנק אז דעמאקראטיע שטימט מיט די תורה איז זאויסגעזויגן פון פינגער. הרב לוריא זאל מוחל זיין איבערלערנען פרשת שופטים (בפרט די ערשטע רש”י) און נאכדעם זאל ער זאגן צו דעמאקראטיע איז א אידישע אידעע.

    די בריוו פונעם מרביץ תורה: א וויכטיגער אקטועלער געדאנק: ווען אפילו נאר א טייל פון די מרביצי תורה וואלטן געהאט די דרייסט צו שרייבן אזוינע ווערטער וואלט אונזער מצב גאר אנדערש אויסגעזען.

    Reply

    • Posted by chuckychusid on July 1, 2012 at 6:55 pm

      איינע פין די בעסטע ארטיקלען דא איז דעס פון שמואל כץ. זאכליך אין ער מאכט א שטארקן פוינט .. און צום רעדאקציע, כה לחי..הצלחה אויף ווייטער

      Reply

  5. Posted by sam on April 16, 2012 at 1:33 am

    איך געדענק נישט דאס לעצטע מאל ווען איך האב געליינט זאלכע תוכןדיגע ליין מאטריאל.
    טיפע פיליזאפשע געדאנקן קלאר ארויסגברגענגט אויף א למעשהדיגע אויפן,מיט א רייכע שפראך.
    האט פארזען א וויכטיגע נוקדה אין שטיקל “אויטאנאמיע פון ריליגיע” דבחצי ע
    כהאב אמאל גלערענט א שאלה , ווען דער אויבשטער כביוכל באווייזט זיך צו א מענטש אין הייסט עם
    טון אן עוולה דארף מען \מעג מען פאלגן? ס’זאל זיך בעסער הערן די שאלה, וויל דער אויבשטער מען זאל עם פאלגן אין די פאל צו נישט? (בחינה דער רבי זל אמר אויב זאג איך ציונת איז מותר זאל מען נישט פאלגן)
    עקידת יצחק איז משמע אברהם האט ניט געטענהט נאר געפאלגט , משאכ סדום האט אברהם יא גטענהט
    ” חָלִלָה לְּךָ מֵעֲשֹׂת כַּדָּבָר הַזֶּה לְהָמִית צַדִּיק עִם רָשָׁע וְהָיָה כַצַּדִּיק כָּרָשָׁע חָלִלָה לָּךְ הֲשֹׁפֵט כָּל “הָאָרֶץ לֹא יַעֲשֶׂה מִשְׁפָּט.

    Reply

  6. Posted by yonatan on April 16, 2012 at 6:08 pm

    לאמיך פרעגען איר (דריי פיר “חסידים” וואס זענען אינטערעסירט צו מאכן וויא מער אפיקורסים) זענט יא אזוי פערפעקט?, איר האט נישט קיין פעלערן, קיין נגיעות, קיין עגואיזום?, איר זייט ריין פון אלעם וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט ריינעם עטישקייט, איר זייט ריין פון אלעם וואס האט א בארירונג צו שווינדלעריי אדער חשש גניבה אדער חלול ה’, ניין מיינע טייערע מען קען אייך צו גוט, איר האט זיך פארלייגט אויך די פוד סטעמפס מעדיקעיד סעקשאן עיט נאר ווייל איר זוכט וואס מען קען קריטיקירען שומרי תורה ומצוות, (אפשר דארפט איהר נישט אזוי אנקומען צו די אלע זאכען ווייל איר קענט פרעסן מכל הבא לידכם, און טון מה שלבכם חפץ),
    איר זאלט קיינעם נישט איינרעדען אז איר זענט אמשהו בעסער, איר האט מיט אייער צייט פשוט נישט וואס צו טון, אבער זאגט מיר למען ה’ וואס אהרט אייך אז אנדערע זענן נאך מאמינים אזוי וויא זייערע אבות און רבי’ס, – צו פארשטייט איהר נישט אז מיט אייער דרך קען זיך נישט האלטן יודישקייט, נאר דורך די חכמי הגמרא וחכמי הדורות האט זיך יודישקייט געהאלטן אין אזא לאנגען שווערן גלות, ווילט איר פשוט דאס וואס היטלער האט געוואלט אויסמעקן דאס יודיש פאלק, סוף כל סוף וועט דאס יודישקייט זיגן, דער דרך החכמים וועט ווייטער גיין ביזן סוף, און איר וועט זיין לחרפה ולדיראון עולם,
    ולעצם הענין פון די אלע שטאטישע פראגראמען זענען רוב פון אונזערע ברודער בארעכטיגט, טאקע ווייל זיי לערנן אין ישיבה און קענען נישט די שפראך און האבן נישט קיין ז’אב און די געברויכן זענען גרויס ווייל מען איז מדקדק בקלה וחמורה אין די קינדער גייען אין ערליכע מוסדות, איז מען בארעכטיגט, (פארשטענדליך אז מען רעט נישט פון עשירים וואס זיי נעמען טאקע נישט ולאו בשופטני עסקינן), איר טראכט פשוט אויס בלבולים אויף חסידישע יודען זיי צו פארמיעסן ביי אלע אייערע פארכאפטע, אבער וויא געזאגט איר וועט בלייבן אויסגעשפילט, (און וואס זענען נעבעך אייערע קונדער שולדיג.
    סי גלייבט אייך קיינער נישט אז רבנים האבן אייך געשריבן, אויך נישט מרביצי תורה, ווייל ווען איר וואלט געקענט תורה וואלט זיך אייער קאף אויך אויסגעגראדט, – וואס זאל איך מאריך זיין סאיז נישט דא צו וועמען דער מח איז נעבעך מעופש ה’ ירחם.

    Reply

    • Posted by שעפסל on April 20, 2012 at 12:03 pm

      טייערער “יאנאטאן”, איך בין נישט דער אחראי אויף אפענטפערן בריוולעך אדער טענות, און עס איז מסתם א שאד די שפייעכץ צו דעבאטירן מיט אייך, אבער אלס א ליינער און שטיצער פון דעם מהלך ה’בלעטל’, און אלס צו קענען ארויסווייזן – צו די שרייבער און ארויסגעבער – אן הכרת הטוב אויף זייער הערליכע ארבעט, שפיר איך אייך אויפצוקלערן אז איר זענט אריינגעפאלן אין די אומריכטיגע גאס, און טרעפט אייך דעם וועג ארויס.

      קודם כל, אז דער הונט בילט איז א סימן אז דער פייל איז געלונגען, במילא איר זאלט דאס באגרייפן – טייערע יאנאטאן – אז איר האט א געוואלדיגער זכות און געבן חיזוק פאר דעם בלעטל, מיר זענען אייך זייער דאנקבאר דערפאר.

      ווער זאגט אז די שרייבער זענען ריין פון די אלע פעלערן? צו האבן זיי דען זיך ארויסגעלאזט פון כלל און זיך געשטעלט אלס פערפעקט?? צו דעם בארעדן אדער באלעסטיגן זיי דעם חרדישן עולם מיט האס און שפאט? אויסדריקליך נישט, זיי זענען פשוט מוציא על הכתב דעם חרד’ישן מצב כמו שהוא, זיי צונעמען און בלוטיגן איבער דעם ריאליטעט פון אונזער לעבן, וואס “אלע” זענען אינעם זעלבן פעקל. איך, דו, און יא! זיי אויך!!!

      איר פרעגט וואס ער ארט אז אנדערע זענען נאך מאמינים, פרעגט אייך אליין דאס זעלבע – וואס ארט “אייך” אז אנדערע זענען ‘נישט’ קיין מאמינים?? אויב איז עס אן “אַרן” ענין, ארט אייך פונקט אזוי אז עס זענען פארהאן נישט גלויביגע, נו מיט וואס זענט איר אנדערש פון די וואס ארט זיי די גלויביגע? מיט וואס זענט “איר” בעסער??

      במילא טוט זיי מוחל פארשטיין, עס ארט נישט קיינעם, יעדער האט די פולסטע רעכטן צו שרייבן זיינע מיינונגען אויף וועלכן אויפן ער וויל, די שרייבער “האבן נישט וואס צו טוהן”.. שרייבן זייער דעה, און איר- וואס האט נישט וואס צו טוהן – שרייבט דיין דעה, ווער עס וויל גלייבן זאל גלייבן און ווער נישט נישט. וואס “ארט” אייך?

      אויב זאגט איר אז אידישקייט האלט זיך נאר אדאנק אמונת ה’ וצדיקים אזש אפילו היטלער האט דאס נישט געקענט אויסמעקן, נו וואס מאכט איר אפילו אן עסק פון אזא קליינעם בלעטל?
      איז דאס גאר א שטארקער חיזוק צו זעהן אז איר האלט אז די שבת בלעטל קען אפשר דאך זיין שטערקער אדער אזוי ווי היטלער’ן.

      וואס האט אייך אזוי געכאפט אין קאפ אז תלמידי חכמים אדער מרביצי תורה שרייבן, עס איז שוין צו ווייטאגליך פאר אייך, הא? עס “אַרט” אייך… אהא איך זעה,
      סתם אלס ידיעה זאלט איר וויסן אז דער ת”ח וואס שרייבט דא איז דער זעלבער ת”ח וואס שרייבט אינעם ‘נייעס באריכט’, און דארטן געפעלן אייך גראדע יא זיינע ארטיקלען…

      און איך וועל צו’ענדיגן מיט די זעלבע ווערטער מיט וואס איר ענדיגט צו, וואס זאל איך מאריך זיין סאיז נישט דא צו וועמען דער מח איז נעבעך מעופש ה’ ירחם.

      Reply

  7. Posted by הערצל on April 19, 2012 at 1:13 pm

    אוי ווי נעמט מען די ווערטער להודול ולהלל אזא וואונדערבארן בלעטל, ווי א איד קען זיך טרעפן די נחמה פון עמו אנכי בצרה, אז נאך ברודער זענען פונקט אזוי פארקלעמט און ווי וויאויל איז אז מיטן פענע און בלאט טוט מען ארויסשווערצן טוט די אינערליכע מיינונגען און ריכטיגע דעות.

    עס איז מיר נאר געווען א שטיקל חידוש צו ליינען ווי די שרייבער פארדאמט ד. פעלדמן איבער אירע טעותים אין איר בוך, ווי למשל די נישט ריכטיגע טעם וואס זי גיט איבער די חומרא געבראקטס,
    איך וויל אייך פרעגן, פון ווי זאל זי וויסן דעם אמת’ן טעם?? איז דען איינער דא צו ערקלערן? צו דען לעבן מיר נישט מיט די געדאנק אין קאפ אז מען דארף נישט אלעס פארשטיין?
    איז דען נישט פארהאן נאך צענדליגע אויסגעזויגענע מנהגים וואס די זיידע האט געטון און די טאטע מאכט עס נאך אן קיין שום פארוואס און פארווען?

    וואס ענטפערסטו ווען איינער פרעגט דיר וואס איז שלעכט מיט מאשין מצות, הא?

    אונזער גאנצער ווערטשאפט איז געבויט אויף חומרות און פארבריצירטע “לאוין”, אריינפרעגלען אין די קינדער די מנהגים און איבער אלעם אריינפרעגלען אז מען טאר נישט פארשטיין.

    Reply

    • Posted by גערשאנאווסקי on April 21, 2012 at 11:43 pm

      הערצל, דער שרייבער פונעם ארטיקל שרייבט דאך אז “יעדעס חרדיש קינד ווייסט” די עכטע סיבה פון געבראקטס. אבער לאמיר אננעמען אז זי האט טאקע קיינמאל געוויסט, איז דאך, אביסעלע ריסוירטש (ליין: גוגלען) וואלט זי ווען געמעגט..

      Reply

  8. Posted by ikvesedimshicha on April 22, 2012 at 10:32 am

    און די סיבה פון מאשין מצות קען מען אויך גוגלען?
    מיין “פוינט” איז נאר געווען ארויסצוברענגן אז דאס אז מען ווייסט נישט קיין טעם אדער דער יסוד פון א מנהג איז נישט קיין אייגענער פעלער, נאר עס איז דער פעלער פון די חינוך

    Reply

  9. Posted by ikvesedimshicha on April 22, 2012 at 10:40 am

    פון גוגל זאל א יעדעס “קינד” וויסן? אדער דער חינוך דארף דאס ערקלערן?

    מיין “פוינט” איז טאקע דאס געווען, ארויסצוברענגן אז דאס אז מען ווייסט נישט קיין טעם אדער דער יסוד פון א מנהג איז עס נישט דער פעלער פון דעם יחיד, נאר דער פעלער פונעם חינוך.

    Reply

  10. Posted by שמעלקי on April 27, 2012 at 12:07 am

    פוסט און פאסט פון אלף ביז תיו נעבאך נעבאך

    Reply

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

%d bloggers like this: