שבת בלעטל נומער 8

Shabbos Blettel 8

אויף דעם ברייטן פארלאנג שטעלן מיר דא צו א פייל וואס אנטהאלט בלויז דעם ארטיקל איבער דער “אסיפה” פון בעלי-בתים:

Asifah – Shabbos Blettel 8

Advertisements

24 responses to this post.

  1. Posted by Solomon on October 25, 2011 at 8:45 pm

    איר ווייסט וואס איר האט אנגעמאכט? טויזענטער יודן – אפשר צענדליגע טויזענטער יודן – האבן מיט דארשט געליינט די באריכט איבער די היסטארישע אסיפה! עס האט געשאפען א געוואלדיגע התעוררות וואס איז נישט מעגליך אפצושאצן!!! (איך אליין האב באקומען אין אימעיל די ארטיקעל פון מער פון 15 באקאנטע)

    כה לחי! איר האט מיט דעם ארטיקעל באוויזן צו טין וואס קיינער האט נאך נישט באוויזן צו טין, אויפצודעקן די שרעקליכע מצב ווי מיר לעבן, און ווי ליידאקעס און גראבע יונגען פירן אונזער געמיינדע צום תהום.

    Reply

  2. Posted by ש.ל. on October 26, 2011 at 2:33 pm

    נישט דא קיין ווערטער!
    איר מוזט אן גיין מיט אייער הייליגע ארבייט, איר האט דאך אזוי גוט ארויסגעברענגט די ביטערע מצב.
    גלייבט מיר, כ’האב געליינט די ארטיקל מיט טרערן אין די אויגן. די סיבה פארוואס דער ארטיקל איז אזוי פארשפרייט געווארן, איז לאו דוקא וויבאלד ס’איז אזוי גוט געששריבן (גראדע זייער זייער גוט געשריבן) נאר ווייל יעדעס ווארט איז אמת ויציב!!!

    Reply

  3. Posted by Morris on October 26, 2011 at 3:47 pm

    (Sorry for the English; can’t type Yiddish now.)
    I just became aware of your beautiful publication, via the widespread recommendations for the “Asifah” article. I have read through several of the earlier issues, and was very delighted by the high quality literature.
    I hope to contribute an article soon, and – how can I send a donation?

    Reply

  4. Posted by יעקב יוסף on October 26, 2011 at 8:58 pm

    אוי ווי ביטער גערעכט. עס איז נאך פיל ערגער ווי איר האט עס אראפגעלייגט! איך האב צענדליגער מאהל געהאט נאנטע שייכות מיט רבנים, דיינים, ראש ישיבות, אדמורי”ם וכו’ וכו’, און עס איז נישט צו גלייבן ווי אין פריוואט זענען זיי געהעריג מודה ווי זיי דארפן די כבוד, און “פארלאנגען” אז מ’זאל רעדן פון זיי, און זיי געבן זייער “פארדינטע” אויוון-אהן…

    דער ארטיקעל ברענגט גוט ארויס דער גרויסער קאנטראסט פון היינט ביז אמאהל – די נייע איינפיר פון קעניגליכע ווירטשאפט וואס איז קיינמאל נישט געוועהן, און ווי אלעס איז היינט געלט און כבוד וכו’.

    זייט השכלה האט אוועקגעריסן צענדליגער טויזענטער אידן ר”ל צווישן די צוויי וועלט מלחמות, האט מען א פאביע פון “השכלה” – ווי כאילו דאס וואס אמאל חרוב געמאכט גייט נאכאמאל געשעהן…

    הערט זיך צו קינדערלעך – אידישקייט גייט נישט נאכאמאל חרוב ווערן פון השכלה , עס גייט חרוב ווערן פון עם-הארצות, פון היפאקראטיא, פון מנהיגים וואס טוען נישט קיין “כי הוא זה” צו טוישן דעם משוגענעם מצב וויאזוי אונז לעבן!

    עס איז פארלוירן די האפענונג אז די מנהיגים גייען עפעס טון, עס קען נאר געשעהן א רעוואלוצע פון “אונטן ארויף”. אונז, פשוט’ע מענטשען, דארפן אויפהייבן א וויי געשריי.

    Reply

  5. Posted by sruel on October 27, 2011 at 9:05 am

    שבת בלעטל האט קנאה אויף די דיקע וואכן בלעטלעך, ס”ה מפטירן כדאתמול

    Reply

  6. Posted by Yochenen on October 27, 2011 at 1:22 pm

    The Asifa Article is Gevaldig Gevaldig!!!

    Every point is so clearly described, and is a real eye opener to lot of people.

    Keep up the good word.

    You should write more articles about the hypocrite, lies and corruption within the leaders of our community.

    We are the 99% controlled by the self appointed 1%

    Thank you

    Reply

  7. Posted by Baruch on October 29, 2011 at 10:22 pm

    As much we would all love to stick our heads in the sand and make believe all is well and fine, the truth is that we are in bitere tzuris. This Blettel puts down on paper so eloquently the heart ache of the hamon am, and the painful suffering of a lost generation grasping for something to hold on to.

    Parnuseh is in der erd, and the lack of proper education in the chadurim insure that things will stay this way.

    Botai din, G-d forbid if you have to have any dealings with them, are beyond corrupt as you all know.

    Rabunim even if they are erlich are out of touch and have no clue what life is like for the average yid. Then there are those who will use frimkiet lekanter, to control and punish when and whom they chose. The rebbishe kinder are all very well provided for with homes and bugaboo strollers. Even those who do seem to be none corrupt have machers around them who do their dirty work with blanket amnesty.

    The whole system operates on gneiveh and gzeileh, from sec8, vouchers, fs, etc.. Thousands stood in lines to collect money for damages from hurricane Irene they never had. It’s a given that every newlywed couple will quickly apply for every gov program out there. You’re even considered a fool for not taking advantage of these gneives.

    These issues are only the tip of the iceberg, and the oilem is realizing more and more each day how lost we are. But even a worse realization that there’s no one out there who will address these issues. This sad fact is sinking in and leaving people angry and in despair.

    It is these feelings the blettel captures so well. It speaks the words that have been on the tip of all our tongues.

    The saddest part of all, in discussing this with friends they all agreed, that if you show this blettel to most rabunim they won’t get it. They are so far away from knowing the pains of their flock.

    Historians will one day look back at this time and point to this blettel as the warning the leaders of our time failed to heed.

    Reply

  8. Posted by הערצל on October 31, 2011 at 3:20 pm

    איך ווייס נישט צו די ריכטיגע ווערטער זענען “יישר כח” אדער “כה לחי” אדער אז “איך האב נישט קיין ווערטער…”

    איין זאך איז זיכער, די אסיפה ארטיקל האט אויפגעברענגט די טיפע ווייטאג און די אינערליכע פאראיבל וואס אונז אלע האמיר קעגן דעי אייגן-געקרוינטע נידריגע ‘מנהיגים’, און וואויל פאר ענק פארן טוהן דעם ערליכן אמתן ארבעט.

    וואויל איז דער אינטערנעט פארן אונז געבן די מעגליכקייט דאס צו פאבריצירן!!

    Reply

  9. Posted by הרועה בשושנים on October 31, 2011 at 9:15 pm

    ראשית כל, די ענטפערס צו די פראגעס פון וויליאם איז אין די קאמענטארן פון שבת בלעטל נומר 7.

    כ’האב הנאה געהאט פונעם סיפור “דער ציקלאן” וואס איז א גוטע ביישפיל וויאזוי לעגענדעס אדער סיפורי צדיקים הייבן זיך אן.

    דער ארטיקעל פון חצי עבד ווייזט טאקע אויף די חילוק צווישן די עטיק פון רעליגיע און הומאניזים, די רעליגיעזער מאראליטעט איז אנגעוויזן אויף א גאט, דאס הייסט אז אלעס וואס גאט באפעלט וועט זיין מאראליש, איז דערפאר אז גאט הייסט מחה תמחה את זכר עמלק אדער ווי די פאל פון אברהם צו שעכטן זיין זון יצחק, וועט דאס זיין גוט און מאראליש. משא”כ די הומאניסטישע עטיק שטעלט דעם מענטש אויפן שפיץ, אז ס’איז אוממאראליש צו באגיין א געויסע אקט איז עס אוממאראליש נישט קיין חילוק וואס א גאט האלט.

    דער אסיפה ארטיקעל איז זייער גוט אראפגעלייגט, מיר דארפן אבער אנערקענען אז שולדיג זענען נישט נאר די רבנים נאר די קהל אויך, אז ס’איז נישט פארהאן קיין נאכפאלגער וועלן נישט זיין קיין פירער, און טאמער איז עס טאקע אמת אז רוב פונעם ציבור איז קעגן די הנהגה, וואלטן זיי געדארפן אראפווארפן פון זיך די יאך פון די פירער. מיר לעבן אין א פרייע מדינה וואס געבט פרייהייט פאר יעדן און קיינער קען נישט ארויפצוינגען פאר יענעם וואס צו טון אדער וויאזוי זיך צו פירן.

    די שורש פונעם פראבלעם איז אז מ’נעמט מענטשן און מ’מאכט זיי פאר דערהויבענע קדושי עליון, און אלעס וואס זיי זאגן איז קדוש וטהור און חס ושלום צו מהרהר זיין אחרי רבו.
    ס’איז שוין העכטס געקומען די צייט אז מיר זאלן איינזען אז זיי זענען מענטשן פונקט ווי אונז אלע און דאן וועלן מיר זיי קענען אפענערהייט קריטיקירן און זיך אפשאקעלען פון די פירער וואס מיר גלייכן נישט און זיי וועלן ווערן אויס פירער אן א קהל.
    מיר דארפן געדענקן אין מלך בלא עם.

    Reply

    • Posted by הערצל on November 1, 2011 at 4:03 pm

      הרועה בשושנים טייערע, זיי מיר מוחל, אבער מיר “קהל” זענען בכלל נישט שולדיג, מיר האבן פשוט נישט קיין אנדערע ברירה ווי זיצן איינגעמאכט און צופעקלט, מיר זענען ווי לעמעלעך איידערן שחיטה אן ווי צו אנטלויפן און ווי זיך אוועקצודרייען…
      פרייע מדינה אהער פרייע מדינה אהין, זייער שיין און ריכטיג, מיר זענען צוגעבינדן צו פארשידענע זאכן ווי למשל איין דוגמא – מוסדות, אין פאקט ווילן מיר נאכאלץ שיקן די קינדער אין אידישע מוסדות, און אז מען ווארפט ארויס די קינדער ווייל די טאטע טראגט מיטן עירוב אדער ווייל ער גייט א טי-שורט, טרויען מיר זיך ניטאמאל אויפצומאכן א האלבן פיסקל אויפן מנהיג זייערע.

      עס איז א געפערליכע צרה, און עס קען גאר זיין אז דער חבר וואס זיצט נעבן מיר אין שוהל וכהנה וכהנה זענעןדי זעלבע איינשטימיג ווי מיר, אבער מיר טרויען נישט צו רעדן ווייל אונזערע העלזער זענען פארשקלאפט אונטער די שוחטים הארורים

      Reply

      • Posted by מיני ווען on November 1, 2011 at 7:57 pm

        עקזעקטלי! עס קאסט אסאך געלט צו עפענען מוסדות און די חברה מיט געלט זענען גאנץ באקוועם אינעם סיסטעם ווייל זייערע קינדער ווארפט מען נישט פון חדר, און זייערע קינדער נעמט מען אהן אין סיי וועלעכע פ***** ישיבה

      • Posted by הרועה בשושנים on November 1, 2011 at 11:07 pm

        אויב איז טאקע אזוי אז רוב פונעם ציבור זענען באמת אקעגן די פירער, נאר זיי גייען פשוט נאך ווי שאף נאך א פאסטוך איז עס א קלאסישע פאל פון שקלאפען וואס וועלן אויס שקלאפעריי, וואס מען דארף צו טון איז פשוט זיך צו פאראייניגן מיט א בונד און צוזאמען מיט די כוח פון אחדות אראפווארפן פון זיך די טיראנישע יאך, סיי פיזיש און בעיקר גייסטיש, אראפנעמען די מורא פון די הנהגה. מוסדות קען מען עפענען אייגענע א.א.וו.

        אבער מיר זעט עס אז ס’איז נישט רוב, נאר אפאר געציילטע דא און דארט, און דער רוב עוילם גוילם גלייבט נאך אלץ אין די הייליגע רבנים און אדמורי”ם.
        א גוטע וועג אויסצוטרעפן איז צו פארלאנגען דעמאקראטישע בחירות, ווי דער ציבור וועט קענען אויסוועלן זייער פירער.
        ס’איז צייט אריינצוברענגען דעמאקראטיע אינעם חרדישען עולם.

  10. Posted by הערצל on November 2, 2011 at 6:24 pm

    די ביסט גערעכט אז לויט ווי די מצב שטייט יעצט זענען מיר טיף אין אדמה און מ’דארף זיך אויסלייזן פון די שקלאפעריי, אבער דארפסט אויך פארשטיין אז אין ריאליטעט איז עס שווער,
    עפענען נייע מוסדות איז גרינג נאר אויף צו זאגן, און דעמאקראטישע בחירות איז זייער א גוטע ישועה אבער נישט ריאליטי

    “איך האלט נישט אז רוב עוילם גוילם גלייבט, אפשר רוב “גולם” אבער זיכער נישט “עולם!!

    Reply

    • Posted by הרועה בשושנים on November 3, 2011 at 8:40 pm

      פארשטייט זיך אז ס’איז שווער, קיין שום רעוואלוציע קומט נישט אן גערינג, אבער לפום צערא אגרא אז מ’וויל פטור ווערן פון די דיקטוטארשאפט קומט עס מיט א פרייז.
      פון סתם זיך באקלאגן אויפן מצב ווערט גארנישט ווערן, וואס מען דארף טון למעשה איז עפענען א באוועגונג צו טוישן די מצב, און צוזאמען ווען יעדער לייגט צו א פלייצע וועט עס אנקומען אסאך גערינגער.

      Reply

      • Posted by וויליאם on November 3, 2011 at 11:20 pm

        דערמאנסט מיר פון עפעס א אקופיר-וואלסטריט באוועגונג…

        אדער גאר די ארבייטער רינג

        ווי די געפלאגטע נידעריגע שיכטן און קלאסן פון געזעלשאפט רופן איבערצוווארפן זייערע אינטערדרוקער, אנשטאט זיך אליין פרובירן צו נעמען אין די האנט אריין און זיך ארויפדראפען מיט אייגענע ווידערווילן און דאדורך געווינען ווירדע…

      • Posted by מיני ווען on November 4, 2011 at 5:08 am

        Start a petition http://www.change.org/

      • Posted by הרועה בשושנים on November 6, 2011 at 8:41 pm

        אינגאנצן נישט, איך קאמפיין נישט קיינעם אונטערצוווארפן, סוף כל סוף איז עס דאך א פאל פון דיקטוטארשאפט אויפן אייגענעם ווילן, נאר וויבאלד ס’איז דאך דא וואס זענען נישט צופרידן מיטן סיסטעם פון זיין אונטערגעווארפן אונטער די רבנים, נאר זיי האבן נישט דעם קוראזש זיך צו באפרייען, קאמפיין איך אז מ’זאל זיך פאראייניגן און צוזאמען וועט מען קענען מקיים זיין דעם הפרד נא מעלי , און אדרבה זיך אליין אויפבויען אזוי אז מ’זאל נישט דארפן צוקומען צו די רבנים, ווי אייגענע מוסדות למשל א.א.וו.

        דער וואס וויל ווייטער זיין אונטערטעניגט אונטער די רבנים, איז פון מיין זייט זייער גערן, און אזוי וועט מען טאקע זען וויפיל פון די געמיינדע וויל א טויש און וויפיל ווילן בלייבן מיטן יעצטיגן סיסטעם.

  11. Posted by הערצל on November 4, 2011 at 1:26 pm

    נו אדרבה, יעצט הייבט מען אפשר אן 🙂

    ביז יעצט האבן מיר ניטאמאל געהאט א שמועס איבער דעם בכלל, נו לויט ווי עס קוקט אויס הייבט זעך אן די קאשע (קשיות….. וד”ל) צו קאכן!!!!
    און לאמיר האפן אז עס וועט זיין מוסיף והולך

    Reply

  12. Posted by געפילטע פיש on February 29, 2012 at 11:35 am

    רבותי! וואס וועט זיין דא? מ’האט אונז אנגערייצט דעם אפעטיט אין מ’גייט אונז לאזן הענגען? דעם שבת האט אַזוי אַנדערש אויסגעזעהן ווען מיר האבן דעם שבת בלעטעל געהאט צו ביישייַנען אונדזער ייִדישע הערצער, לאָזט אונז נישט איבער ווי שאף אָן אַ פּאַסטעך!

    Reply

    • Posted by הערצל on March 2, 2012 at 1:10 pm

      עמך אנכי בצרה…. איך פרעג די זעלבע, א שאד אז עס האט זיך אפגעשטעלט, עס פעלט דאך אזויפיל אויס,

      Reply

    • Posted by הרועה בשושנים on March 3, 2012 at 1:39 pm

      גם אני הקטן מצטרף, אזא בלעטל איז זייער נויטיג און דווקא אין די אידישע שפראך פאר די אנ”ש, אריינצוברענגן ווינטן פון פרייהייט און דעמאקראטיע אינעם חרדישן ציבור, אז ס’זאל זיין ומלאה הארץ דעה.

      Reply

      • פאלגנד איז וואס מיר האבן געענטפערט פאר עטליכע וועלכע האבן אונז געשיקט אימעילס:

        א דאנק פאר אייער אנפראגע. מיר באקומען צענדליגער אזעלכע אימעילס כמעט טעגליך, אבער כאטש מיר באקומען אויך ארטיקלען פון אזעלכע וועלכע זענען דאנקבאר פאר אונזער ארבעט, איז עס נאך נישט גענוג ארויסצוקומען רעגלמעסיג.

        מיר פארשטייען אז דער ציבור האט הנאה פון דעם “שבת בלעטל”, עס פארלאנגט זיך אבער אז מען זאל נישט נאר געניסן דערפון, נאר אויך זיך אונטערגארטלען אריינצושיקן מער ארטיקלען כדי דער פראיעקט זאל ווייטער קענען אנגיין ברוב גאון ועוז.

  13. Posted by הערצל on March 4, 2012 at 3:50 pm

    אין אנדערע ווערטער, עס פעלט זיך אויס “שרייבער”? איז דאס די חסרון?

    Reply

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

%d bloggers like this: