שבת בלעטל נומער 10

Shabbos Blettel 10

פאלגענד איז א באזונדערער פייל וואס אנטהאלט בלויז דער ארטיקל “פארוואס איך האב אינטערנעט אָן א פילטער”, וואס מיר שטעלן צו אויף די פילע פארלאנגען.

Shabbos Blettel 10 – Internet

______________

מיר האבן באקומען פילע אנפראגעס איבער דער מעגליכקייט פון פובליצירן ארטיקלען אינעם ״שבת בלעטל״. מיר ווילן דעריבער קלארשטעלן אז איר קענט אנאנים אריינשיקן אייערע ארטיקלען צו אונזער אימעיל אדרעס, און זיי וועלן ערשיינען אין איינער פון די צוקונפטיגע נומערן. 

About these ads

23 responses to this post.

  1. Nice stuff! you guys kept me busy throughout Shabbos! Your’e doing an amazing job putting out the other side of the story, the one that the controllers don’t want anyone to think exists…

    Reply

  2. [...] ליד מײַנס האָט מען אָפּגעדרוקט אין חסידישן זשורנאַל „שבת־בלעטל.“ ס׳איז אַן ערנצטע אױסגאַבע און ס׳איז מיר אַ [...]

    Reply

  3. Posted by Nisht mich on June 28, 2012 at 2:58 pm

    די ארטיקל “פארוואס איך לייג נישט קיין פילטער” האט געהאט גאר א ברייטע אפקלאנג איבער דער גארער אינטערנעט! אשריכם גיבורי חיל! דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איר זענט מצליח צו אויפוועקן און מעורר זיין אזא ריזיגן ציבור! קיפ איט אפ!

    Reply

  4. Posted by יעקב ברוך on July 3, 2012 at 7:17 pm

    איך וויל אייך באדאנקען פאר אייער שווערע ארבייט. עס איז באמת א קידוש ה’ אז אין דעם ביטערן גלות קענען זיך אידן צוזאמעננעמען במחתרת ארויסצוגעבן אזא וואונדערליכע פובליקאציע. יעדע איינציגע ארטיקל איז גאר אקטועל, און אראפגעשריבן די געדאנקען וועלכע שוועבן ארום אין מח פון יעדן מענטש וואס איז אפן פאר זיך אליין.
    אשרי חלקכם!
    איך האב עטליכע געדאנקען פאר ארטיקלען וואס איך וואלט אייך געוואלט שיקן, אבער דערווייל וואלט איך .געוואלט שיקן א נדבה אלס הכרת הטוב פאר אייער הייליגע ארבייט. ווי אזוי איז שייך צו שיקן א דאנעישאן?

    Reply

    • א דאנק פאר אייערע ווערטער.
      מיר נעמען נישט אן קיין נדבות. דער בעסטער וועג וויאזוי אויסצודרוקן דאנקבארקייט איז דורך אריינשיקן אריגינעלע ארטיקלען.

      Reply

  5. Posted by Feivel on July 4, 2012 at 12:16 am

    א גרויסען דאנק פאר’ן בלעטל. די ארטיקלען איבער די אינטערנעט איז געוועהן איינס בעסער ווי די אנדערע. און הלוואי וואלטן כלל טוער געהאט אזא קלארע מחשבה ווי די שרייבערס פון די בלעטעל. שפעציעל די רירנדע ארטיקעל פון “פארוואס איך האב אינטערנעט אן א פילטער” האט געשלאגן שטארקע ווארצעלן, און האט ארויסגעברענגט די טיפע פראבלעמען מיט שידוכים און חינוך.
    עקסטער איז צו באווינדערן קטלא קניא’ס ארטיקעל מיט ארגינעלע געדאנקען איבער פעלדמאן’ס בוך, און די ראלע פון א “נעבעך” איז אונזער געמיינדע.
    די וויי געשריי פון חצי עבד האט געריסן הערצער, און די טיפע פילאזאפישע געדאנקען וועלכע זענען כדרכו אריינגעוועבט אין יעדע שורה געבן אסאך צו די ליטערארישע ווערד פון אזא ווערק.
    שלום בערגער’ס שטיקל האב איך נישט פארשטאנען … אבער חזקה על חבר, איך בין זיכער אז די וואס פארשטייען פאעזיע האבן א געוואלד הנאה געהאט.

    Reply

  6. Posted by זא''י on July 5, 2012 at 10:32 pm

    מסתמא האבן עטלעכע שוין געלייענט שלום בערגער’ס ליד דא געדרוקט (”אוניווערסאל”). העירני ח”א אז דער מחבר אויף זיין אייגענער בלאג באווייזט אז לכתחילה איז דא געווען א נוסח–ראשון, און עפ”י הפצרת המערכת האט ער געביטען עטלעכע ווערטער. עי’: http://zackarysholemberger.com/2012/06/אײן-ליד-צװײ-װעלטן-צװײ-נוסחאָות/?lang=yi#comment-2101

    :ולהלן איז מיינע הערה ע”ז שם


    ס’איז גאר מאדנע, ובפרט אז אין דעם נומער גופא איז דא א לאנגע עסייע אינעם גוף–ראשון וואס מאלט אויס בפרטי–פרטים די לאגע פון א יונגערמאן וואס שמוגעלט צו קוקען אויף אינטערנעץ פארנאגראפיע אין זיין היים ווען די פרוי איז נישט דארט וכו’ וכו’ – טא ווי קען די רעדאקציע פונעם ש”ב פלוצים ווערן אזוי ’’תמימות’דיק’’ און ”נאיעוו” – צו בארגן א פאר טערמען וואס הנהלת הש”ב אליין נוצען אנטקעגן זייערע פארפרומטער ברידער אין ב”פ און ווילי.?! אתמהה

    ע”כ. ואבקש מהמערכת הנכבדה להגיב ע”ז, ות”ח מראש.

    Reply

    • מיר האלטן אז די צוויי ווערטער וועלכע זענען געטוישט געווארן אין שלום בערגער’ס ליד זענען נישט פאסיג פאר אונזער לייענערשאפט, בפרט אז דער חשוב’ער ר’ שלום האט גלייך באוויליגט זיי צו טוישן. אין דעם ארטיקל “פארוואס איך האב אינטערנעט אן א פילטער” ווערט איינמאל דערמאנט דאס ווארט “סעקסי” וויבאלד עס האט שטארק אויסגעפעלט כדי דער שרייבער זאל קענען קלאר מאכן די שווערע לאגע אין וועלכער ער געפינט זיך. די רעדאקציע האט אפילו אין דעם פאל רעדאגירט אז דאס ווארט זאל געשריבן ווערן בלויז נאך אן אנטשולדיגונג.

      Reply

      • Posted by זא''י on July 6, 2012 at 8:08 am

        במחילת כ’ המערכת, כ’פארשטיי נישט פארוואס די פאר ווערטער זיינען אזוי שוידערליך. זיי זיינען כלל וכלל נישט פארנאגראפיש אדער ניבול–פה! איין ווארט באדייט וואס מ’רופט אן אין לה”ק ”מינות” וכדו’, דער צווייטער ווארט–און הא גופא א ”יופעמיזם”– באדייט יענעם אטאנאמישער גליד וואס איז דא נאר ביי זכרים… – וואלט די רעדאקציע אויכעט געצענזערט יענעם באוואוסטען מאמר חז”ל אז ”—— קטן יש לאדם, משביעו כו”’?!ו

        – ומאי דמחלק בין ”סעקס’’ ו”סעקסי” אי”מ כלל וכלל – ואדרבא, הראשון מורה על עצם הפעולה שיש בכל הנבראים (”אנדער באשעפעניש” שבסוף השיר) כדי לברוא – בלי שום מאראלישע נטיות האם זהו ’’טוב” או ”רע” (”געשלעכט” בלשון המצונזר) או מלא–תאוות; ואילו האחרון מורה על מצב ותחושה כזה שהינו אך ורק עבור נטי’ לתאוות המשגל. לפע”ד, כוונת הפייטן הוא לבטא שזהו בעיקר כח פנימי ביאולוגי (”דעפרעסיע פילן”, ”שוועבל–פרעסערישע מיקראבן”) ופראי (”בלוט און פרעס”, ”שװעבל–פרעסערישע מיקראבן אין אינטערוואסערדיקע היילן”) וואס שטופט דעם מענטשן אדורך זיין ניהיליסטישער פאר’חלום’טער לעבן פונעם וויגעל ביזן גרוב…

        ומה שכותב שהמחבר עצמו הסכים לשנות המלים – הנה אויב דו לייענסט זיין בלאג וועסטו זען אז ער שרייבט אז הגם ער האט אזוי געטאן עפ”י בקשת המערכת, פונדעסטוועגן ”פארשטייט זיך בין איך מער צופרידן מיטן אריגינאל” – און אפילו פרעגט ביי זיך אפענערהייט צי ער האט געזאלט זיך לאזן זיין צענזירירט…

  7. Posted by יום ליבשה on July 5, 2012 at 11:37 pm

    איך וויל זיך באציען אויפן ארטיקל פון אינטערנעט אן א פילטער, וואס האט געהאט א ברייטע אפקלאנג.
    לדעתי איז דער כותב פונעם ארטיקל גענצליך נישט גערעכט און איך בין מחולק מיט אלע וואס טראכטן אנדערש.

    ווי פאלש און אפגעפרעגט אונזער סיסטעם זאל נאר זיין, האט דער כותב א פערזענליכע פראבלעם מיט זיין ווייב, אזוינס וואס רוב היימישע “אויפגעקלערטע” האבן נישט. דער כותב האט נישט באוויזן אויפצוקלערן און ארויסנעמען זיין ווייב פון די אייער שאלאכטס אין וואס זי איז אויפגעצויגן געווארן, א זאך וואס רוב באווייזן יא און מאיזה סיבה האט ער נישט געקענט.

    זאת ועוד; איבער די בעט פראבלעמען ווי ער רופט דאס אן – פאראן צווישן דעם היימישן ציבור פיל מומחים און געלערנטע וואס העלפן ארויס אין אזעלכע פעלער, כלה טיטשערס וואס לערנען אויס די ווייבער דירעקט איבער דעם ענין, ווי אזוי צו ערפילן דער מאנ’ס געברויכן און רעדן זייער קלאר דערין. עס מוז אנגענומען ווערן אז אפגעזען ווי אזוי מען לערנט מיט די חתנים אין כלות איבער די השקפות און הנהגות, ווען עס קומט צווישן די פיר ווענט, טוט יעדער ווי אזוי ער וויל און ווי אזוי ער פארשטייט. וואס מיינט איר? – די פרויען דארפן נישט זייערע געברויכן? – זיכער אז יא, און אויב איז פאראן איין זייט וואס האט א פראבלעם דערמיט, איז פאראן הילף צווישן דעם היימישן ציבור און מען פארשטייט דאס גאנץ גוט.
    צוריק צום ערשטן נושא
    יעדער נארמאלער פארגעשריטענע חסיד, מאכט איבער זיין ווייב, פריער אדער שפעטער און טרענט איר אריין צו טראכטן זיין וועג, און אויב האט דער כותב נישט מצליח געווען, זאגט עס לגמרי נישט אויפן אלגעמיינעם חסידי’ישן לעבנ’ס שטייגער.

    פארשטאנען
    ?

    Reply

    • Posted by Shalom on July 5, 2012 at 11:53 pm

      יום ליבשה, במחילת כבוד תורתך הרמה, אתה סותר את עצמך מיניה וביה. אם החסידים השפויים צריכים לעבוד על אשתיהם לשנותם הרי זה אומר שהחינוך החסידי רקוב, וכדי שתצא משם אישה נורמלית הבעל חייב “לעבוד” עליה, כלשונך. ואם כותב המאמר בעלון-שבת לא הצליח לשנות את אשתו והיא נשארה כמות שהחינוך החסידי עיצבה אותה הרי זה כתב אישום חמור על החינוך החסידי שקיבלה!

      הבנת?

      Reply

  8. Posted by יום ליבשה on July 6, 2012 at 1:15 am

    אכן.

    איני שולל דבריך כלל וכלל, גם אני יודע שהחינוך החרדי אינו כפי שצריך להיות, וב”ה שהעיתון הזה הינה הראשונה ברמה גבוהה כזו להשמיע מה שיש במחשבות רבים מאנ”ש.

    אמנם זאת אגיד, שכותב הכתבה אין לו שום בעיה עם החינוך החרדי, רק עם הפערסינאלטי של עצמו, שמאיזה סיבה לא יכול להתקדם כדבעי ומשליך הכל על החינוך הרקוב, בו בזמן שיכול לתקנו בקלות.

    והשתא דאתית להכי, אגיד לך מחשבותי שהגם רבים חשבו שהכתבה הוא “געלונגענע ארטיקל”, לבי אומר לי שאין זה אלא “קינדערישע מעשיות”, שכותב הכתבה אוחז שנים אחדות אחר החתונה ועדיין לא הצליח שיהא לו שפה מיוחדת עם אשתו, דבר שהוא נרמלי אצל החרדים שיקח כמה שנים טובות עד שיגיע לידי הכי, והכותב לתומו משים את זה על הציבור החרדי וכותב שמשום הכי צריך שיהא לו אינטערנעט בלי פילטער ולצפות בפורנו, דבר המזיק לכל הדיעות והפסדו יצא בשכרו (גשמיות’דיג גערעדט), וגם זה נובע מקטנות שצריך הוא לצפות בזה משום סיבה זו.

    יש לי הרגשה שאם הכותב היה אוחז כעשר שנים אחר חתונתו לא היה כותב כתבה זו.

    אכן מה לעשות: זה כתבה רומנטי, דבר שהציבור אוהב…

    Reply

    • Posted by Shalom on July 6, 2012 at 4:03 pm

      עוד הפעם אתה מגיע עם השטויות שאפשר לתקן את הבעיה בקלות ולכן זה קינדערישע מעשיות ועל כותב המאמר לחכות עוד כמה שנים והכל יסתדר. אם זה אמת או לא זה לא עניני. הנקודה הוא שחינוך שמוציא פירות כאלו עד כדי כך שכל אחד חייב לעשות משהו עם אשתו אם הוא רוצה לחיות עמה באופן נורמלי, הרי זה חינוך רקוב.
      זה לא משנה אם במציאות יכולים לעבוד על זה ולתקן את הבעיה הוא לא. העובדה שהחינוך מייצר בעיות, היא היא הבעיה.

      Reply

  9. Posted by געוואלד on July 16, 2012 at 7:33 pm

    אינטערעסאנט.

    די ווערטער זענען איבערגעזעצט געווארן אין בחדרי חרדים אויף עברית. אבער בשעת דא לויבט יעדער אויס דער מאמר, האקט מען אין בחדרי שטיקער אין דעם כותב המאמר.

    אפשר זענען זיי גערעכט אז די אמעריקאנער זענען קאלט צו אידישקייט

    Reply

  10. This is the writing of a filthy young guy who is looking to treat his wife like a whore. If he wants a whore he can go out and hire one. At worst let him go out and find another wife-whore. If you feel you made the wrong choice get rid of her and stop brutalizing her. He feels guilty about it an is only to vindicate himself. Poor job
    יצא סרחו בהספדו
    Reply

    Reply

  11. Posted by ehrliche yingerman on July 19, 2012 at 7:50 pm

    This article is 100% true to EVERY yingerman in our society who went out in the world to work (which is very common these days) and simply sees ‘feminism’ in the words of the writer, sees women who are educated, knowledgable, intlectual and oblivious to what is going on the world, not in every subject but at least to some of the things, and when they come home he has nobody with whom to share his interest and excitement with.

    in the same note, I would like to add that this same situation is also popular with a woman who becomes educated and open minded to ‘worldy things’ and come home to a husband who is ‘triken vi a oisgeklapte hoishana’

    Thanks for the writer to bring out a point which “many” in our society are having a problem with, however I must admit that there is no clear and ultimate solution to this.

    Reply

  12. This article is written by an extremely troubled young man. While it might be true that he is suffering from lack of, to say the least, attention from his significant other, he is going down the wrong path for a resolution. Using porno sites will give you no lasting affection nor m–b will help. You feel just as bad 2 minutes after the act and worst of all you feel guilty about it. I can see this from the tone of your article. The true solution is getting your wife into your fold – and is really not that difficult. This is not a good excuse for i/n w/o a filter. You can write me direct at gpipik at gmail dot com for step by step instruction which has been successfull with many other chasidishe yungeleit. These methods wont get you exposed and you can retain your chasidishe standing. Furthermore you will not risk any collateral damage which is definite to come from the route you are taking. Be brave and write me and I will help you.

    Reply

  13. Posted by GIZ EINSTEIN on July 22, 2012 at 5:38 pm

    תשובות הרשב“א ח“א סי‘ ט‘

    שאלתני על ענין מה שבא בפירושי ההגדות שפרשתי אני כי לדעת רבותינו יש לעולם קצב, ועלה בלבך סתירת זה ממה שכתב הרמב”ם ובקשת הראיה על דברי זולתו.

    דע נכבדנו כי אלו הדברים כלם וכיוצא בהן אילו היינו באים לדון עליהם מצד התקירה האנושית ולפסוק אותם מן הסברא באמת החקירה תנצת שאין קצב לעולם לפי שאין התקירה לקותה אלא מן המורגש ומנהג הטבע ואנו רואים הגלגלים בלי משתנים כלל מיום הבראם וכן הארץ בכללה הולכת על מנהג אחד תמיד אבל באמת כל מי שטוען כן אינו אלא מצד הקבלה המסורה יבדן של ישראל מפי חכמיהם עם הוראת המקראות וכל שהקבלה או נבואה הנחתו לא תנצתנו התקירה כי החקירה למטה מן נבואה זה דבר ברור לא יסתפק בו אתד מבעלי הדתות כל שכן בעלי הדת האמתית כעמנו כמו שלא יסתפק אחד ממנו בקיום הנסים שנעשו לאבות כנגד הטבע כקריעת ים סון והירדן ועמידת השמש ליהושע ושאר הנסים כנגד הטבע ואן על פי שהמתפלספים טוענים בבטול כל זה בכפירה מהם בדברי משה רבינו ושאר הנביאים ואנו אין דברינו עם הכופרים בכל ומטילים השבוש גם בדברי הנביאים ובאמת כי לא יכזיב שום דבר שהוא מקובל יבד עמנו רק מי שהתחייב אצלו בטול כל מה שהוא כנגד הטבע והנמנע במציאות כאמרם שיש לכל הנמנעות טבע קיים וכאלו יחייבו שאין מדרגה באמתות למעלה ממדרגת חקירתם עם היותם מאמינים שהשם יתברך וחכמתו אתד והיותם מאמינים שהוא יתברך לא תושג מהותו ואחר שהוא חכמתו אחד ^ לא יושג רק לעצמו יתברך תכמתו לא תושג.

    ויותר מזה אני רואה מן התמה בדבריהם שהם באמת מודים שאין חקירתם משגת לאמתת טבע הנמצאות כי יש לכל גון מן הנבראים סגולות לא נודעו להם סבותם כמשיכת האבן השואבת את הברזל בלי שידבק גו לגו ואחר כן ישוטט הברזל אחר מקום הסדן הקבוע בשמים ויפנה אליו ולפניו ינוח, היש דבר יוצא מגדר הטבע יותר מזה שיתנועע בעל גוף דומם בלי אמצעות גוף אחר מניעו, ושיהפך הברזל פניו אל הסדן, באמת אם סופר זה לאריסטו היה מכזיבו בלי ספק לולי שנתפרסם הענין פרסום רב, ואחר שהתקיים אצלו הענין הוא חוזר לבקש מן הטענות ומתחכם עליהם, והוא שאמר דוד טוען כנגד אלו המכזייבם האותות והנסים והנפתים אחר החקירה מצד המורגשות ”עדות ה‘ נאמנה מחכימת פתי“ רוצה בזה, מי שעמד בדרך משל במעמד ים סוף וסיני וראה בעיניו באמת קיום האותות ונתאמת אצלו הענין בלי ספק, ואחר שנפתה לבו קודם עמידתו על עשיית האות והפלא חזר להתתכם כי השם יתעלה משגיח ורוצה ויכול לשנות הטבעים שהוא אדון הטבעים לקיימם או לשנותם וכו‘ וכו‘ וכו’ וכו’…..

    וככה יקרה לנו מן הדין בכל דבר שיש קבלה ביד הזקנים והזקנות מעמנו ולא נסתור קבלתם רק אחר הקיום שאינו באיפשר חלילה ולמה נסתור קבלתם ואין קבלה פושטת יבד עמנו רק שקבלו אותה דור אתר דור עד משה ריבנו ^ או עד הנביאים ופעמים יהיה הענין ההוא נרמז בכתוב ולא שיהיה הרמז ההוא מוכרח רק תכריחנו הקבלה ויתאמת ענין הכתוב עם הקבלה וכענין שאמרתי בתחייח המתים הרואה אתה והיה אחד מחכמי ישראל דורש מעצמו ענין תחיית המתים מן התורה ממה שבא בכתוב הנך שוכב עם אבותיך וקם אלא שעם הקבלה האמתית נודע אצלנו שנרמז הענין במקום ההוא

    Reply

  14. Posted by GIZ EINSTEIN on July 22, 2012 at 10:58 pm

    מעמיז מאכען תיקונים אויף דעי ראשבע אין אויכעט איבער טאטשען פאר דעי וואס פארשטייעין נישט שווערע לאשען קוידעש

    Reply

  15. [...] בעל־הערה האָט זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַ (העפֿלעכן) מחלוקת מיט רעדאַקציִע „שבת־בלעטל,“ איבערן „פֿאַרשענערטן און [...]

    Reply

  16. Posted by mishmosh on September 4, 2012 at 4:58 pm

    loved the article named “why i have internet without a filter” represents a sizeable percent of our thinking youth including myself. its unfortunate, and one major problem with our system of shiduchim. great article and keep on writing about it.

    Reply

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Follow

Get every new post delivered to your Inbox.

Join 79 other followers

%d bloggers like this: